1-845-538-4168

Our customer support is waiting to assist you

געדאנקען איבער לערנען חומש

לערנט וויאזוי ברענגט מען א געשמאק פאר מער תלמידים צו לערנען, געדענקען און פארשטיין די שפראך פון די חומש, דאס עיקר וואס מען זוכט ביים לערנען חומש, די קשר און אינטערשייד פון איין כתה צום צווייטן, און וויאזוי צו האלטן א באריכט אויף יעדן קינד

Course Starting In

motionmailapp.com

וואס איר וועט לערנען ביי די שיעורים


וויאזוי ברענגט מען א געשמאק פאר מער תלמידים צו לערנען, געדענקען און פארשטיין די שפראך פון די חומש
וואס איז דאס עיקר וואס מען זוכט ביים לערנען חומש
וואס איז די קשר פון איין כתה צום צווייטן
מיט וואס איז אנדערש איין כתה פון צווייטן
וויאזוי קען מען צוברענגען יעדן תלמיד צו האבן א שייכות מיט די לימוד פון חומש
וויאזוי צו האלטן א ריכטיגע באריכט אויף יעדן תלמיד לגבי דעם לימוד



מה

אהבתי תורתיך

כל היום היא שיחתי

חומש. ס'מער ווי טייטש. ס'איז די קשר פון די ווערטער פון די תורה צו די פארשטאנד פון די קינדער.

ווען מען פארשטייט די הבנה און קשר פון די  ווערטער פון די תורה, איז עס גאנץ אן אנדערע באגריף!

דער מהלך פון לערנען חומש האט באוויזן זאכן וואס איר וואלט זיך נישט געחלומ'ט! מלמדים וואס האבן געגאנגען מיט דעם מהלך אין די פארגאנגעהייט זאגן עדות דערויף. אדרבה פרובירט עס אליינס...

אפט געפרעגטע פראגעס

ווי לאנג זענען די שיעורים?

עס וועלן זיין 3 שיעורים. א יעדע שיעור וועט זיין בערך א שעה-און-א-האלב.


פאר וועלעכע כתה זענען די שיעורים געאייניגט?

די יעצטיגע שיעורים זענען געאייניגט פאר כתה ב' און כתה ג'.

שיעורים פאר אנדערע כתות וועלן בעז"ה נאכפאלגן.



וועל איך קענען איבערהערן די שיעורים?

יא! אלע שיעורים ווערן רעקאדירט. איר וועט עס קענען איבערזעהן אין אייער אקאונט. אזוי אויך וועט איר עס קענען איבערהערן אויף אונזער האטליין.


וואו וועלן די שיעורים פארקומען?

די שיעורים וועלן געגעבן ווערן אין מאנסי. פאר ווער עס קען נישט אראפקומען וועט עס קענען מיטהאלטן פונדערווייטענס.

ווען וועלן די שיעורים פארקומען?

עס וועלן בע"ה פארקומען 3 שיעורים אויף די פאלגענדע טעג:

זונטאג פרשת בא (כ"ט טבת) 4:00 נאכמיטאג 

זונטאג פרשת תרומה (כ"ח שבט) 4:00 נאכמיטאג

זונטאג פרשת ויקהל (י"ט אדר א') 4:00 נאכמיטאג 

איז די פראגראם שוין גענוצט געווארן אין חדרים?

יא! די פראגראם איז שוין גענוצט געווארן און ווערט גענוצט אין עטליכע חדרים. יעצט איז צום ערשטן מאל דאס צוזאם געשטעלט געווארן אין איין ספר וואס איז א דבר השווה לכל נפש  וואס איר קענט געניסן פון דעם.


© Copyright 2021 Scholastic Success Inc, Monsey NY, 10952